כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א איז מוסיף נייע חברי הנהלה אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו
ביי אן אסיפה וואס איז אפגעהאלטן נעכטן זונטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל, האט רבינו שליט"א ממנה געווען א סגל חבורה פון פרישע ענערגישע עסקנים אלס חברי הנהלת מוסדות יטב לב אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק סיי פאר די חברי הנהלת המוסדות פון ארץ ישראל צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און בית שמש, און סיי פון די פארצווייגעטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס וועלכע געט זיך אפ מיט'ן שאפן די נויטיגע פאנדן צו דעקן און פינאנצירן די הייליגע מוסדות בארה"ק.
די אסיפה איז פארגעקומען דבר בעתו אין די צייט ווען מוסדות יטב לב גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג ארויסצוקומען צום ציבור אנשי שלומינו מיט א גרויסארטיגן קאמפיין צו קענען אויסצאלן פאר די הונדערטער כלי קודש אין די מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל אויף דעם יו"ט פסח הבעל"ט, און ס'פארלאנגט זיך אסאך כוחות אז דער אפיס דאהי אין אמעריקא זאל קענען אניאגן די שווערע ארבייט אויסצוצאלן די מלמדים וכלי קודש פון די הייליגע מוסדות בארה"ק.
ביי די אסיפה זענען אנוועזנד געווען הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי מוסדות יטב לב, וועלכער האט אין די לעצטערע יארן זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו פאר די ימים טובים אז מ'זאל קענען אויסצאלן פאר די מלמדים און לערערינס אין ארץ ישראל אויף יו"ט. ואתו עמו זענען אנוועזנד געווען די צוויי געטרייע נגידים חשובים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין וומסב"ג און הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין קר"י, וועלכע האבן זיך אין די לעצטערע יארן אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אין שטיין לימין מוסדות יטב לב, ובפרט מיט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק.
עס זענען נתמנה געווארן די פאלגנדע חשוב'ע לאנג יעריגע עסקנים לכל דבר שבקדושה ה"ה הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י), און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, און האט ארויסגעברענגט וויאזוי די מוסדות זענען זיך שיין צעוואקסן בליעה"ר סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, און סיי אין בית שמש, און דערמיט איז אויך געוואקסן דער עול און די התחייבות פון די גרויסע סכומים וואס מען דארף שיקן פון אמעריקע.
דער רבי האט ארויסגעהויבן לשבח די ארבייטער פונעם אפיס און די עסקנים פון מוסדות יטב לב וועלכע האבן ב"ה מצליח געווען צו העכערן די הכנסות אסאך מער ווי אמאל, אבער עס איז נאך אלץ אין הקומץ משביע את הארי, און מען קען נוצן נאך הילף פון אינדרויסן צו קענען פארברייטערן די פעולות און אז די מוסדות אין ארץ ישראל זאלן האבן אן אוזן קשבת צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר, און פאר דעם איז מען ממנה די פרישע געטרייע חברה הנהלה זיי זאלן אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנטע עסקנים שטיין בראש פון די אלע אקטיוויטען בס"ד, להגדיל תורה ולהאדירה.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט חיזוק פאר די הנהלה און עסקנים בלשון קדשו: "אני הקטן וועל זיך אי"ה אויך צושטעלן צו אלעם וואס פעלט זיך אויס פאר יטב לב. צי מ'דארף גיין נאנט, צי מ'דארף גיין ווייט, וואס מ'דארף צו טוהן, וועלן מיר אלעס טון פאר די הצלחה פון מוסדות יטב לב! עס איז פאר אונז אלע א זכי', עס איז פאר מיר א זכי', און עס איז פאר אייך א זכי', אז מ'קען צולייגן א האנט, א פלייצע, צו די הייליגע מוסדות".
דערביי האט דער רבי אנגעוואונטשן אז דער זכות פונעם מייסד המוסד זאל ביישטיין פאר אלע וואס העלפן ארויס די מוסדות צו געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן, און זיין געבענטשט מיט הצלחה און מיט גרויס סייעתא דשמיא.
דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ארויסגעברענגט אין עטליכע ווערטער דעם שווערן עול וואס ליגט אויף רבינו שליט"א צו דעקן די הייליגע מוסדות בארה"ק, און שטארק משבח געווען די געטרייע עסקנים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות.
ארץ ישראל גבוה מכל הארצות
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע