בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ' אדר תשפ"ג3/13/2023

באריכט
מאנטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים אז מען האט ב''ה באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער, מען האט געענדיגט ארום 2:50.

נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, באולם כינור דוד.
ר' יצחק בראך הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה יעקב קאהן הי"ו - ר' משה ברח"א ווייס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.

ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א. נאך מעריב האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 762