בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ו אדר תשפ"ג3/19/2023

באריכט
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגע פגעי טעכנאלאגיע פון סניף קדושת יואל.

מיטאג צייט אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פינפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:40

נאכמיטאג ארום 6:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די מקוה טהרה החדש, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום סיום מסכת נדרים במסגרת 'חבורת יסודי התורה' דורכ'ן שיעור פון הרה"ג ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט"א, דער מגי''ש הרה"ג שליט"א האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מגי"ש און פאר אלע מסיימים.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל ברי''ב רייך הי"ו.
ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️