בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגה' ניסן תשפ"ג3/27/2023

באריכט
שב''ק פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגן צו מנחה.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו לטובת די ביומו תתן שכרו קאמפיין פון די מוסדות בקר''י. קבלת שבת: הרה''ג ר' ישראל ארי' גאלדבערגער שליט''א (ב''פ).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, דער ציבור איז אריבער געגאנגן גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה בבארא פארק, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א מנהל הישיבה.

נאך די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם' און געטייטשט איבער די גרויסע חשיבות פון א תפילה פון א איד און יעדע פשוט'ע דיבור וואס גייט ארויס פון מויל.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יעקב ראטענבערג שליט''א אב''ד וואוידיסלאוו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אהרן וועבער שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם עולה קרבנו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' מאיר מאיער שליט''א (ב''פ), ברכהמ''ז: דער מנהל הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ה' ניסן.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו (וומסב''ג).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30, פסוקי דזמרה: הר''ר יואל בר''א גאלדבערגער שליט''א. רבינו שליט''א האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אברהם מאיר פערלמאן שליט"א (ב''פ), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אהרן וועבער שליט''א.

עליות. כהן: הרה"ג ר' ארי' צבי ברוין שליט''א (ב''פ). לוי: הגה''צ אב''ד וואוידיסלאוו שליט''א. שלישי: החתן ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו. רביעי: הרה''ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט''א מראשי הכוללים. חמישי: הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' משה הלל עסטרייכער הי"ו.

שביעי: הרב הערשל אשכנזי בן האדמו''ר מסאניסלאוו שליט''א - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו, הוספה: ר' יושע יואל בערקאוויטש הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו. אחרון: ר' פישל מענדלאוויטש הי"ו, מפטיר הרה''ח ר' אברהם הערש שעהר הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' יונה האפמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמואל ראטער הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגן צו תפילת מוסף לכבוד די יארצייטן פון די באבע'ס די רביצין פונעם עצי חיים זיע''א און פונעם קדושת יו''ט זיע''א וואס געפאלן דעם וואך, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' אנשיל שעהר שליט''א (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:40. מנחה : הר''ר אלחנן טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו (מאנטרעאל), כהן: הרה''ח ר' מענדל מאיר גליק הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל דוב קליין הי"ו.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען: אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און געטיישטש אז ביי מצוות הקרבת קרבן איז דא צוויי מצוות די עצם מצוה און אויסער דעם איז דא א מצוה ארויסצוזאגן די פסוקים וואס ברענגען אריין יראת שמים לתשובה ולתיקון המעשים, אזוי אויך ביי מצוות אכילת מצה וקרבן פסח, די מצה ברענגט אריין יראת שמים און אזוי קען מען זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח, ובזמן הזה די צוויי אכילת מצה וואס ברענגט אריין יראת שמים אין די מענטש, קען מען צוקומען צו תשובה מאהבה, און אויף דעם דארף מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו קענען מקבל זיין די השפעות קדושות צום הייליגן נאכט.

ידיד נפש: הרב הערשל אשכנזי שליט''א. קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל ראטער הי"ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצש''ק, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור בכללית. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

מוצש''ק ארום 10:45 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת רבקה, ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען און דער נואם הכבוד הרה"ג ר' ישראל מרגליות שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, מען האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, און דער יו''ר המעמד הר"ר יואל כ"ץ שליט"א האט ארויפגערופן הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו צו מאכן דעם סיום, דער רבי האט אים איבערגעגעבן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת נדרים אין וואס הרה"ח ר' שמואל חיים הי"ו האט געמאכט די סיום, נאכן סיום האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיט'ן גאנצן ציבור אין א פייערדיגן טאנץ.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אם עולה קרבנו' און געטייטשט אז די סגולה פון מצוות מצה איז אריינצוברענגען א זיסקייט אין די תורה מזאל קענען שפירן א טעם אין לערנען, און ארויסגעברענגט די שמחה פון די אלפי מסיימים, און דערביי געזאגט אז אין די חבורה יסודי התורה זאל מען אנהייבן מסכת נזיר נאך פסח און ביז יו''ט זאל מען לערנען פרק ערבי פסחים פון מסכת פסחים אלץ הכנה צום יו"ט פסח, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 1:00 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 766