בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגד' ניסן תשפ"ג3/26/2023

באריכט
זונטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר בנציון פאזנער הי"ו.
ב"ר מנחם הלל גראס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר פנחס יונתן ראטטער הי"ו.
ב"ר וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יואל פאשקעס שליט"א (וומסב''ג) - ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:10 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צום סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון קאנטינענטאל, ביים אנקומען ארום 9:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין א פריוואטען צימער, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקנתו די רביצין ברכה סימא א"ח מרן העצי חיים זיע"א.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל און דער נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א רב דקהל תפארת גדליהו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, מען האט געזינגען נגונים לכבוד המאורע און דער יו''ר המעמד הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט אויפגערופן די נדבנים ופטרונים אפצונעמען ברכת קדשו, און דער רבי האט פארטיילט א לעדערנע גמרא פאר די נדבנים.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארויסברענגענדיג די חשיבות פון א איד וואס איז עוסק על המחי' ועל הכלכלה און איז קובע עיתים לתורה, און דערביי נאכאמאל געזאגט אז אין די חבורה יסודי התורה זאל מען אנהייבן מסכת נזיר נאך פסח און ביז יו''ט זאל מען לערנען פרק ערבי פסחים פון מסכת פסחים אלץ הכנה צום יו"ט פסח, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געמאכט די סיום און מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו נדבן הסעודה מיט זיינע ברודער'ס צו זאגן דעם קדיש, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיטן גאנצן ציבור אין א פייערדיגן טאנץ, מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️