בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשי' ניסן תשפ"ג4/1/2023

באריכט
מוצש''ק פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

תיכף נאך הבדלה האט דער רבי עוסק געווען א לענגערע צייט מיט'ן מסדר זיין די צדקות און קמחא דפסחא פון סכומים ענקיים נאנט צו א מיליאון דאללאר וואס דער רבי שאפט און פארטיילט פאר אנ"ש בארה"ק, און נאך אסאך נצרכים בקרב קהלתינו הק'.

ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג בנין חי"ל הילמאן צום 'מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די פראכטפול איבערגעבויעטע 'קומת ריספלער' מיט די פיר חדרי התפילה, ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק לאנדסבערג שליט"א מבאי בית מדרשינו, דערנאך האט גערעדט הגה"ק אבד"ק שליט"א דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשובע נדבנים פון די חדרי התפילה און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די נדבנים, און געוואונטשן ס'זאל זיין 'אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה' ס'זאל אייביג זיין לומדים און מתפללים אינעם ביהמ"ד, און ס'זאל ארויסקומען תורה עבודה וגמ''ח, און מסיים געווען בברכות קדשו.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הקומה הרבני הנגיד ר' ירוחם פישל חיים ריספלער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו בית מדרשינו המפואר בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צום 'מעמד קביעות מזוזה' אויפן נייעם פארענדיגטן היכל התורה 'היכל שמואל' און אוצר הספרים 'אוצר ישעי' דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן היכל מיט א שטארקע קורת רוח און דערנאך קובע געווען א מזוזה.

דערנאך האט רבינו שליט''א אריבערשפאצירט לבית הנדבן הרה''ח ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו צו א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילצאליגע היכלי התורה בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט, און ר' זלמן לייב הי"ו האט געגעבן פארן רבין א ספר יד אבי שלום פון זקינו וואס ער האט איבערגעדריקט, דערנאך האט הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו געוויזן פאר רבין עטליכע היסטארישע כתבי ידות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און בפרט פאר די חברי הנהלת ביהמ"ד, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אהנגעוואונטשן פאר די מאמע אשת הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער ז"ל, מען האט געענדיגט ארום 1:00 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.

זונטאג שמיני א'

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענע בר מצוה בחורים.
ב''ר יחיאל מיכל טרעגער הי''ו.
ב"ר מאיר מרגליות הי"ו.
ב"ר מנחם יודא שלעזינגער הי"ו.
ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר שלמה קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 715