בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ' ניסן תשפ"ג4/11/2023

באריכט
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דעם ערשטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 10:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד נועם אלימלך און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הב' החתן יצחק ב"ר יוסף מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל
ר' בערל ברש"ד גאנדל הי"ו.
ר' משה יואל לאנדא הי"ו.
ר' חיים יודא ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו.
ר' משה בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ר' מאיר פריעד הי"ו.

הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו, גלילה: הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' סענדר ברא"י עקשטיין הי"ו (לאנדאן).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, מיט'ן פיוט 'ברך דודי' מכבד געווען הב' החתן משה ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן).
ביים זינגען האט דער רבי געזאגט אז דער טאטע רביה''ק זיע''א פלעגט זינגען ברך דודי מיט שטארקע התעוררות ובבכיות און דערציילט פון די צרות וואס די אידן האבן מיטגעמאכט פון וואס די פיוט רעדט זיך.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעה.

ברכהמ''ז: הב' החתן ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאכמיטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ח ר' יעקב חיים גוטמאן הי''ו, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א לטובת דעם אפיעל פון כולל שומרי החומות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 636