בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ' ניסן תשפ"ג4/11/2023

באריכט
שב''ק חוה''מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה, מנחה: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, קבלת שבת: הרה''ח ר' יעקב פעלדמאן הי''ו. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די חתנים מחוץ לעיר, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, און געזינגען אשת חיל.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' יודל שטיינמעץ הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צוארך', און געטייטשט אז דורך מצוות מילה איז מען זוכה צו שפירן מתיקות התורה און דורך דעים קען מען זוכה זיין צו עולם הבא.

קה אכסוף: הרב אלחנן חיים ט''ב חתן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י. ברכהמ''ז: הגה"צ אב''ד ציעשנוב קר''י שליט"א.

עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י''ט ניסן.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו . מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען ארום 10:10.

פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' מאנטשעסטער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און דערנאך צוגעגאנגען צו הלל.
מען האט געזאגט שיר השירים כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו''ץ ודומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר''י, פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (ב"פ).

עליות. כהן: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
ר' אליעזר טויב הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אהרן ניישטאדט הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף שרייבער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש מיט די חתנים מחוץ לעיר האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: די חתנים פון וומסב''ג, ברוך קל עליון: די חתנים פון ב''פ, ברח דודי: חתנים פון מאנטרעאל, שיר היחוד: חתנים פון מאנסי.

ברכהמ''ז: הבה"ח זושא ב"ר יקותיאל אהרן רובין הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 3:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:10. מנחה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הר"ר דוד פערל שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צוארך' און געטייטשט אז דורך מצוות מילה וואס איז א אות ברית אהבה פון אידישע קינדער מיט הקב''ה קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה און דורך דעים קען מען זוכה זיין צו תורה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה ציילן.

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️