בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ"ד ניסן תשפ"ג4/15/2023

באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זיע''א והרבנית הצד' ע"ה.

פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו כנהוג, מערבית: הרה''ג ר' דוד בר''מ עקשטיין שליט''א, ביי ואמונה כל זאת האט מען געזינגען כנהוג, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן נאכ'ן דאווענען איז מען אריבערגעגאנגן זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט דאווענען 9:15.

ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בביהמ''ד הגדול, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ.
נאך די זמירות האט רבינו שליט''א געהייסן מען זאל ממשיך זיין זינגען לכבוד היום.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אז ישיר משה ובני ישראל', און געטייטשט אז ווען די אידן זענען אריין אין ים דעמאלטס זענען זיי געווארן קודש, כי עם קדוש אתה לה' אלוקיך, און עס איז נפקע געווארן די שיעבוד פון די מצריים, יעצט שביעי של פסח חזר'ט זיך עס איבער, עס ווערן נפקע אלע שיעבודים פון אידישע קינדער סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, חירות פון די יצר הרע, עס קומט אראפ א שפע קודש פון הימל מיט אלעם גוטן.

נאך די תורה ארום 1:30 האט מען געזינגען בבקעך ים סוף, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט 1:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️