דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים בנציון ליבערמאן הי"ו.
ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא משיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:15 האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג, ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצויז הי"ו, ע"פ אשתו ע"ה.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:10 בהיכל התורה בקומת ריספלער בבית מדרשינו הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן איר אייניקל, הב' הרב יקותיאל יהודא בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א מו''ץ בקהלתינו חתן הגה"צ אבד''ק וומסב"ג שליט"א, חתן הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א. במקהלות עם בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזינגען זענען מערערע ניגוני שמחה בשבח והודי', און אויך מניגוני פסח.
פאר די פיש האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, און דער זיידע הרה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב האט געזאגט דעם קדיש דרבנן.
עס האבן אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א די זיידעס הגה"צ מבארדיוב שליט"א, און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דער אבי הבר מצוה הרה"ג ר' יואל שליט"א.
נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל, דערנאך האבן די תלמידי כיתה ט' פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק, קודם א הערליכן דרוש לכבוד פסח שני, זאגענדיג 'פסח שני איז דאך מארגן ווען סאיז געווען די הקרבת הפסח, אבער ד"ת קען מען שוין זאגן לכבוד פסח שני', און דערנאך געזאגט דברי אגדה לכבוד הבר מצוה, און דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו 'שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה' אז הקב"ה האט געגעבן די זכיה אז מען קען זיך באטייליגן ביי א בר מצוה פון א דור רביעי, און נאכגעזאגט פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א אז 'כל שרואין זה בזה בדברי תורה' אז דריי דורות לערנען תורה צוזאמען דעמאלטס איז מען זוכה צו די ברכה פון 'לא ימישו מפיך ומפי זרעך ומפרי זרע זרעך מאתה ועד עולם', און דאס גיבט די כוחות זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע, מיט רירענדע הרגישים האט דער רבי דערמאנט די דב"ק וואס אביו רביה"ק זיע''א האט געזאגט ביי זיין (רבינו שליט"א) בר מצוה מיט זעכציג יאר צוריק, אויף 'ראות פניך לא פללתי והנה הראה אותי אלקים גם את זרעך' אז 'הראה אותי' מ'זעט 'זיך' אפשפיגלען אויף די קינדער, מזעהט ווי די קינדער גייען בדרכי אבות, און ארויסגעברענגט א שיר ושבח פאר הקב"ה וואס האט געגעבן די געלעגענהייט צו דערלעבן אזא שמחה, און מסיים געווען מיט דברי הדרכה פארן בר מצוה בחור, אז צו ווערן א גדול בתורה דאס קומט נאר דורך האראווען, און דאן געגעבן ברכת קדשו פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 11:30. און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️