בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח אייר תשפ"ג5/9/2023

באריכט
מאנטאג פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אוריאל שלמה מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בענין השתטחות על קברי צדיקים ובאתרא קדישא מירון ת"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

שפעטער ארום 7:45 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מתיבתא פון באסטאן וועלכע זענען געקומען צו פארן א וועג פון 4 שעה צו די הילולא דרשב"י אין קר"י אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
*
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

בהרגש קודש איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' וואס עיני כל ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר הגדולה 'קרית יואל' איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די ריזן שטחים ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול, בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום.

ביים זמן ר"ת איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם אין ביהמ''ד הגדול, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 אויל ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און נאך מעריב צוגעגאנגען צו ספירה בהתלהבות אש, נאך מעריב האבן שלום גענומען פארשידענע געסט ואישי הציבור וועלכע זענען געקומען צו פארן צו דעם מעמד נשגב.

גלייך נאך מעריב אום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.

נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, און האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שבת, דער כח פון שבת האט איך זיך אזא זאך אז וואס ס'איז עומד להיות איז אזויוי ס'איז שוין יעצט, די תורה פון רבי שמעון איז אונז מחזק און דאס העלפט אונז אדורכגיין די שווערע זמנים ווייל אונז ווייס מיר אז 'עוד ישבו זקנים וזקינות' ס'גייט נאך קומען גוטע צייטן, און דאס געט חיזוק אדורכצוגיין די שווערע זמנים, דער חתם סופר זאגט אז ל"ג בעומר איז בגימטריא אש להבה, מען צינדט אהן מאורות ל"ג בעומר על שם העתיד פונעם פייער וואס וועט זיין לעתיד לבוא, כי באש אתה עתיד לבנותה, ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון משפיע א פייער פאר אלע אידישע קינדער זיי זאלן קענען טוהן מצוות מיט א פייער, און דורכדעם ווערט אויפגעבויט די ביהמ"ק השלישי.
רבינו שליט''א האט ממשיך געווען מיט בכיות און געבעטן 'בעט מיר דעם הייליגן תנא 'אנא' ער זאל משפיע זיין שמחה און דערפרייען אידישע הערצער, אידישע קינדער', עס איז דא אסאך לבבות נשברות אסאך צובראכענע הערצער אין אידישע הייזער דברים קשים כגידין, ער זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, עס איז בכח פונעם הייליגן תנא משפיע צו זיין פאר יעדעם איינעם א ישועה בכלליות און א ישועה בפרטיות, ברוחניות ובגשמיות, אונז צינד מיר אהן א מהדורת אש לכבוד התנא האלוקי, זאל עס זיין א בחינה פון אש אוכלה אש און עס זאל מכלה זיין די פייער פון דינים, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט, 'מדת הרחמים עלינו התגלגלו' ברגשי הלב ובבכיות מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
בערך 11:00 האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא.

במשך די ריקודין איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הרב הערשל מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אפגעשוירן אריבער 70 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

נאך די חאלאקעס האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודי אויפן פלאץ, ביז אים 12:10 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס פלאץ און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

טראץ דעם וואונדערבארן סדר הטראנספארטאציע אהיים פונעם מעמד וואס איז אראנזשירט געווארן סיי אינערהאלב דעם עיר הגדולה קרית יואל, און סיי צו אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשורזי און קאנאדא, האט דאך געדויערט א לענגערע צייט ביז די פובליק סעפטי פון קר"י, מיט די הילף פון די סטעיט פאליציי האבן געקענט קאנטראלירן דעם ריזן ציבור - וואס איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צום מספר רב פון בערך 72 טויזענט נפשות באטייליגטע בליעה"ר כ"י - זאלן זיך קענען ארויסלאזן אויפן וועג און אהיים פארן בשלום.

נאכן מעמד הדלקה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת 'אור ישראל' פון באסטאן אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה ורמ''י הישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.03K
אין טעלעגראם