בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ג אייר תשפ"ג5/14/2023

באריכט
שב''ק פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל בר''א שטיין שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 10:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה''ח ר' משה רוזנאי הי''ו (בית שמש). מנוחה ושמחה: הר''ר יואל יוסף טייטלבוים שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.

קה אכסוף: הרה''ח ר' יואל בר''א ראטה הי''ו (לאנדאן), ברכהמ''ז: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התורת חיים מקאסוב זצוק"ל וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''ה אייר.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הר''ר קלמן גפן שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א, מו''ץ.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה ברוך שטערן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט''א דומ''ץ שארמאש וומסב''ג.

עליות. כהן: החתן ב''ר אברהם מתתי' קאהן הי''ו. לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: החתן ב''ר נחמן פיש הי''ו. רביעי: החתן בן הרב יואל פריעדמאן שליט"א. חמישי: הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל בר''א היילברוין הי''ו.
ר' עוזר יצחק אויבערלענדער הי''ו.

שביעי: הרה''ח ר' אברהם פילאפף. הוספה: ר' יעקב ברש''ז ווייס הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו. מפטיר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי''ו. הגבה: הרה"ח ר' פייוויש מענדלאוויטש הי''ו (ב''פ). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ''ב שטערן הי"ו.

מוסף: הרה''ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' יואל בר''ה פריעדמאן שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן געהאט די זכיה מיטצועסן תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' און די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי. במשך די סעודה האבן די בחורים געפרעגט שאלות בהשקפה, במנהגי רבותינו און היסטאריע אויף וואס דער רבי האט משיב געווען און מסביר געווען בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די זמירות. מיט'ן שיר היחוד פון פסח ביז שבועות האט דער רבי מכבד געווען הב' נח הכהן לאנדא ני''ו, מיט ברכהמ''ז הב' בנש''ק שמואל צבי בן הרה''ג ר' אלעזר אונגאר שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:30. מנחה הרה''ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' בנציון קליין הי"ו. כהן: הרה"ח הר''ר יעקב ברז''ל גליק הי''ו (וומסב''ג). לוי: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א. שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ג ר' הערשל פרידמאן שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז די כלל איז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער אז מען לערנט און מען איז עוסק בתורה אין א געוויסע מקצוע וואס ווערט נחשב כאילו מען האט עס מקיים געווען, אויף אזא סארט קיום המצוות באקומט מען יא שכר בהאי עלמא.

ידיד נפש: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי''ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הר''ר הערשל קאהן שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

ארום 11:50 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אבד"ק טערצאל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 852
אין טעלעגראם