בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ו אייר תשפ"ג5/17/2023

באריכט
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר מענדל כהנא הי"ו.
ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג' 'וחרפה לא נשא על קרובו' בדברים קילורין לעינים איבער דעם פארגאנגענעם ל''ג בעומר באתרא קדישא מירון, ווען די גאנצע ארבייט גייט ליידער מיט א פראפעגאנדע פאר די מדינה הטמאה, און מען קומט בשם סאטמאר משבח צו זיין די מדינה און אירע חברי כנסת המינים, דער רבי האט ארויסגעברענגט שיטתו הבהירה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, און עקסטער שארף ארויסגעטרעטן קעגן די מהרסי כח הבדי''צ וואס האבן מיטגעארבעט מיט די חברי כנסת המינים אויף די אייגענע דעה, אן דעם בי''ד, וואס ווייזט א הירוס אינעם כח פונעם בי"ד הגדול בירושלים.

נאכן שיעור איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל השיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:35 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אפרים ווייס הי"ו - ר' יוסף יואל כהן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:35 בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לכבוד די יארצייט פון דודו הגה"צ ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצוק''ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט יצ''ו.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט, האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש.
👁 885
אין טעלעגראם