בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךד' סיון תשפ"ג5/24/2023

באריכט
מיטוואך פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' חזקי' ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויף די גאלעריען וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום מעגליך פון די טויזענטער הבאים להסתופף בצל הקודש אויף יו"ט שבועות.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק פישער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אז די ריכטיגע הכנה צו מתן תורה איז נאר דורך לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו באטייליגן ביים מעמד עסק התורה פון לערנען צוויי שעה יום ב' דשבועות פארן דאווענען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה פאר די בחורים פון אלע סניפי המתיבתא און איז געהערט געווארן דורך א לייוו הוקאפ לאלפי התלמידים דישיבותינו הקדושות די בכל אתר ואתר, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די קירבה יתירה וואס כלל ישראל האט זוכה געווען ביי מתן תורה איז נאר געווען וויבאלד די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע און נישט געפרעגט קיין קשיות, יעדע דור האט זיך זיין יצר הרע און זיינע נסיונות, די היינטיגע נסיון איז די נייע טעכנעלאגיע וואס ווערט אנגערופן "עי איי" דאס איז א טעלעפון ווי מען קען אריינרופן אין רעדן מיט א משיב, און געזאגט 'א איסור גמור אנצורופן דעם טעלעפאון, און צו רעדן צו דעם טעלעפאון נאמבער, חלילה נישט רעדן מיטן ס''מ אליינס', און מסיים געווען אז בזכות מצוות שב ועל תעשה וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה באנפין נהירין און כל טוב סלה. דער רבי האט פארלאזט די ישיבה ארום 3:30.
ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר ת"ת החדש 'בנין קליין' צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו לע"נ הר''ר עקיבא צבי גאנץ ז''ל מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:15, און מעריב אום 11:40 און נאך מעריב געציילט די לעצטע ספירה ברשפי אש קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️