בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשז' סיון תשפ"ג5/27/2023

באריכט
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט פארן זמן האט דער רבי געמאכט א עירוב תבשילין און אנגעצינדן א יזכור ליכט.

ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מערבית: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 10:00 דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יו''ט און די געסט האבן שלום גענומען גאר א לאנגע צייט. דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט עוסק געווען אינעם תיקון הלילה כנהוג, ביז צום טיש.

ארום 1:40 איז דער רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס לקידוש: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען מאריך בנגוני התעוררות ותפילה לכבוד קבלת התורה, ווי דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי.

מיט אהבה רבה האט רבינו שליט"א מכבד געווען: הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק. מיטן פיוט מערבית האט דער רבי מכבד געווען: הגה"צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ קהלתינו מאנטרעאל,און מען האט געזינגען דעם 'והאר עינינו' פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל אלוקים' און געטייטשט אז די אידן האבן זוכה געווען בשעת מתן תורה צו באקומען א הרגשה פון מתיקות התורה וואס איז א כח וואס אברהם אבינו האט אויסגעפויעלט אויפן הר המוריה, ביז היינט ווען אידן קומען זיך צוזאם אויף יו''ט שבועות קומט מיט דעם כח און אויף דעם איז מען מתפלל והערב נא ה' אלוקינו, אז מען שפירט דעם אמת'ן טעם אין די תורה הקדושה איז נישטא קיין שום התרשלות.

ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט דעם טיש אום 3:40. פארן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.
יום ראשון של שבועות

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 10:50.

ברכות: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א. פסוקי דזמרה: הגה''צ דומ''ץ קהלתינו בירושלים שליט''א, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען, ביי אהבה רבה האט מען כנהוג געזינגען דעם ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זי"ע מיט גרויס התעוררות בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות. נאך שחרית איז דער רבי ארויס אויף א קורצע זמן.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' בנציון לאוב שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' יוסף משה שטויבער שליט''א מו''ץ בק''ק קר''י, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב בית מדרשינו בית שמואל בקרית יואל יצ"ו.

מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש בהתרגשות ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו (ב''פ), חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
ר' יעקב סאאל הי''ו.
ר' שמעון ישראל ברש''ז כהנא הי''ו.
ר' אברהם אלי' פרידריך הי''ו.
ר' שמעון דוד קאהן הי''ו.
ר' אלטר אינדיג הי''ו.

הגבה ספר ראשון: הגה"ח ר' מרדכי געלבער הי''ו (ירושלים), גלילה: הרה''ח ר' אברהם יצחק יודא הכהן קאהן הי''ו (וומסב"ג).

מפטיר: הרה"ח ר' אשר לעוו הי''ו (לאנדאן), הגבה ספר שני: ר' ארי ווייס הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל). דער רבי האט געזאגט די הפטורה שטייענדיג.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ברא"ז לעוו הי''ו (לאנדאן).

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש אויפן ארון הקודש, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען פון די מזונות און די פיש, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מילכיגע קרעפלעך כנהוג, און דער רבי האט דערנאך געטרינקען א קאווע.

רבינו שליט''א האט פארגעליינט די תנאים בין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ניגוני יו"ט.

דאן האט דער רבי אהנגעהויבן זאגן דעם פשעטיל בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה אין די סוגיא פון מתוך שהותרה לצורך. מען האט געענדיגט ארום 4:00.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיטן פיוט פון אהבה רבה נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז מיטן כח פון יעקב אבינו וואס האט משפיע געווען יראה פאר אידישע קינדער עס זאל זיין יראתו קודמת לחכמתו האט מען זוכה געווען צו מתן תורה.
ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

יו''ט נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים:
החתן יואל בן הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א.
החתן חיים ב''ר משה סימאן הי''ו.

שפעטער פארנאכט'ס איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה לכבוד שב''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️