בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ב סיון תשפ"ג6/1/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב ב"ר מענדל פרענקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל ב"ר משה אביעזר ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמואל שעהנברוין הי"ו - ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שלמה גבריאל סעבא הי"ו - ר' משה כוואן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:30.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א הרב מ'צאנז קר"י - הרה''ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים קר''י בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די געהויבענע מחותנים און פאר חתן וכלה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 775