זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר וואלף שעהר הי"ו.
ב"ר יו"ט ליפמאן לעווי הי"ו.
ב"ר שמואל צבי שפיטצער הי"ו.
ב"ר שלמה פנחס שווימער הי"ו.
ב"ר שמואל שטיינבערג הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא ראובן בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב בארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בתורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:00 מיטאג האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק.
ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים און רבני קהלתינו, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ שליט''א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, הגה''צ ר' חיים יעקב טויבער שליט''א דומ''ץ באבוב, און נאך פילע רבני העיר.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים, און די ילדי התשב"ר האבן ענטפאנגן דעם רבי'ן מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער די חתני המאורע, עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א א זיידע פון איינע פון די קינד, און דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע דברות קודש לכבוד די חתני המקרא, די געוואלדיגע שמחה פון די יעצטיגע צייט וויבאלד די התחלה איז חצי הכל, און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים זאגענדיג אז ער האט אויך דא א אור אייניקל, און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער עלטערן און די זיידעס. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
נאך די חומש סעודה איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די וועד בעלי בתים לעניני טעכנעלאגיע שע"י מוסדותינו הק', אין חדר סעיקלהעיד בביהמ"ד הגדול, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען און מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, און פארטיילט א ספר אלץ אות הכרת הטוב פאר די פילע פעלות לטובה פונעם וועד, און מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפו"ש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס, האדמו"ר מקאסוב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו לרפואה שלימה, און האדמו''ר מקאסוב האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו די קאר.
דערנאך אום 4:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק אהיים קיין קר"י.
נאכמיטאג אום 7:10 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף חברון צום חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו (ב''פ) - ר' יואל ברמ"י הירש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז אום 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרב הגאון רבי מרדכי מלכא שליט"א רב ואב"ד דעדת הספרדים בעיר אלעד ת"ו מחבר ספרי ההלכה 'דרך המלך' 'דרכי המלך' ועוד, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בעיר בית שמש ת"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בעניני סת"ם בעדת הספרדים און איבער שיטת רבינו תם, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' דוד ביקעל הי"ו - ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️