בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ה סיון תשפ"ג6/14/2023

באריכט
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ ביי רבינו שליט"א הגה''צ ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנסי, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת בצל הטוב און דער רבי האט אים צוריק געגעגעבן ספרו לב אהרן אויף במדבר דרושים ואגדה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול צו די חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן לע"נ הר''ר שמואל דוד מאשקאוויטש ז"ל מלמד מומחה במוסדותינו הק' רבות בשנים, געשריבן דורך חברי קהלתינו הק', דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די עסקנים.

נאך די הכנסת ס''ת איז רבינו שליט''א אריבער בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן נדבן הס"ת און די בני המשפחה, צווישן זיי הרה"ג אבד''ק טשענגער שליט''א, וואס האט דערביי געצייגט פארן רבי'ן די לילקע פון הגה''ק המנוחת אשר מטשענגער זצוק''ל. דער רבי האט עס האט גענומען אין די האנט און דאס באטראכט מיט א התרגשות, און דערביי געצייגט דאס וואס ס'איז מקובל פון צדיקים אז א יעדע לילקע איז צוזאמגעשטעלט פון א דומם, צומח, חי, און דער מענטש וואס רויכערט די לילקע איז דער מדבר.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 1:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בנוגע דאס התייסדות 'ביד"צ לעניני ממונות' שע''י קהלתינו הק' בוומסב''ג, עס זענען אנוועזענד געווען רבני כוללינו ראשי חבורות חושן משפט אינאיינעם מיט די ראשי הכולל, ווי דער רבי האט געגעבן פארשידענע הוראות פאר די 3 חשובע תלמידי חכמים וועלכע וועלן דינען אלץ די חברי הבדי''צ ה''ה, הרה"ג ר' עמרם ראזנער שליט''א בן הגה''צ אבד''ק טערצאל שליט''א ראש חבורת חושן משפט בכוללינו, הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט''א מו''ץ בקהילתינו לעניני ממונות, הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהילתינו.
צווישן אנדערע הוראות האט רבינו שליט''א אנגעגעבן ח''ו נישט זיך מישן אין מחלוקת נאר צו שטיין להורות לבני ישראל ולעשות שלום בין איש לאחיו, און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו די חברי הביד''צ שלא יצא מכשול מתחת ידם.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ רבי אלכסנדר אשכנזי שליט''א אדמו''ר מאלעסק אינאיינעם מיט בני קהילתו עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן אריינצושרייבן א אות אין די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן לע''נ אביו כ''ק האדמו''ר מאלעסק זצ''ל, דער רבי האט געשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל נישואי בנו למז"ט.

אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד בבית רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אויף 500 בעדפארד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא לזכות רבם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפו"ש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די ישיבה וועלכע איז לאקירט אין סטעטן איילענד און ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הישיבה הרה''ג ר' מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א נכד האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און פאר די אנוועזנדע ציבור חסידי ראחמיסטריווקא.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️