לפני מלכים ושרים יתייצב, למען חינוך בנינו!
ארום 1:30 איז פארגעקומען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט א דעלעגאציע פון גאר הויכע פאליטיקאנטן פון וואשינגטאן, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעשטעלט אונזער ווייטערדיגע מערכה איבערן גזירת החינוך.
דער ערוויילטער קאנגרעסמאן פון די 18'טע קאנגרעס דיסטריקט פעט רייען, וואס האט געווינען זיין פארמעסט נאר אדאנק קרית יואל, האט פערזענליך אריבערגעברענגט צום רבי'ן דעם הויפט פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי אינעם קאנגרעס, דער 'מינארעטי לידער' האקים דזשעפריס, דער מערסט מאכטפולער דעמאקראט אין וואשינגטאן'ס געזעצהויז, און האט אויך א שטארקע איינפלוס אויפן עקזעקיוטיוו ברענטש אונטערן פרעזידענט יר"ה.
דער רבי איז געזיצן מיט די צוויי קאנגרעסלייט א לענגערע צייט, ווי מען האט בעיקר דן געווען איבער אונזער חינוך, דער רבי האט זיי פארגעשטעלט דער מצב וואו מיר האלטן אצינד מיט די גזירות החינוך סיי מצד די געריכט און סיי מצד אלבאני, און קלארגעשטעלט אונזער אנטשלאסנקייט ווייטער פארצוזעצן דעם מסורה'דיגן חינוך וואס גייט שוין צוריק טויזענטער יארן זייט קבלת התורה ביים מעמד הר סיני אהן קיין שום שינוי, און ארויסגעברענגט וואו מיר ווילן האבן די הילף פון די פעדעראלע דעמאקראטישע פארטיי, אז זיי זאלן שטיין צו די האנט פון די ניו יארק סטעיט דעמאקראטישע פארטיי-פירער וועלכע פירן די סטעיט'ס געזעצהייזער אין אלבאני, צו האפנטליך פארזיכערן אז סיי וועלכע "גיידליינס" און גזירות זאלן נישט קענען אפעקטירן און שעדיגן ח"ו די חרדי'שע מוסדות מיט קיין שום זאך.
דער לידער האקים דזשעפריס האט אויסגעדרוקט א שטארקע הנאה נאך זיין באזוך אין די גאסן פון די שטאט און אינעם 'אשת חיל' קימפעטארין היים, זאגנדיג אז ער זעט די שיינקייט פון די שטאט און שעצט אונזער הערליכער מהלך החיים, און ער וועט טוהן וואס ער קען נאכצוקומען אלע בקשות פון רבי'ן שליט"א, זיך באדאנקענדיג דערביי אויף קרית יואל'ס שטארקע בלאק וואוט וואס האט אריינגעברענגט זיין פארטיי'ס קאנגרעסמאן פעט רייען אין אונזער דיסטריקט, אדאנק די אינדארסירונג פון קרית יואל אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע