בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךב' תמוז תשפ"ג6/21/2023

באריכט
מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית בראשות הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, אינאיינעם מיט די אריבער 100 תלמידי ישיבותינו הק' אין בני ברק, בהיכל ביהמ''ד זכרון מאיר דקהלתינו הק'.

נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ורגש האט מקבל פנים געווען הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה. דאן האט דער רב שליט''א משמיע געווען א הערליכן דרוש אויף די פרשה (חקת בארה"ק) במשנתו של מרן רבינו שליט"א, און ממשיך געווען בדברי חיזוק והדרכה, ארויסברענגענדיג דעם קשר אמיץ פון די תלמידי הישיבה צו מר אביו מרן רבינו שליט"א וואס קוקט אזוי ארויס אויף זייער הצלחה מער ווי אלע סאטמארע ישיבות.

בפרט האט דער רב דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידי רבינו שליט"א, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ''ו, דעם פארלאפענעם שבת שקלים העעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
👁 660