בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגז' תמוז תשפ"ג6/26/2023

באריכט
זונטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יצחק לעווי הי"ו.
ב"ר שלמה נתן נטע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברי"צ ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר יואל ניישטאדט הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
ב"ר יואל דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי כתה א' במוסדותינו הק', וואס איז פארגעקומען בבנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' אויף טשערי לעין.

דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 2:00, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און די קינדער האבן געזונגן חרוזים לכבוד המאורע, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער עלטערן און די זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות קודש פאר תלמידי המוסדות וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.

דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו ובנו הרה"ח ר' משה ארי' הי"ו האבן געקויפט א כתה בבנין הת"ת החדש במוסדותינו הק' אין מאנסי, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו צו די מעמד 'קביעות מזוזה' פאר די פערטע בנין התלמוד תורה החדש מיט צוועלף פרישע קלאסן, דער רבי איז אנגעקומען אום 3:45 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה, און ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויפן קעמפ, אלע נייע איינריכטונגן און הרחבת גבולי הקדושה.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כתות און האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די כתות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט ר' מאיר מרדכי הי"ו אויפגערופן די חשוב'ע נדבנים זאלן קומען אונטערשרייבן די שטרות מיט רבינו שליט''א.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג צו די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם ריזן דארמיטארי בנין וועלכע וועט אקאמאדירן אריבער פיר הונדערט מיידלעך, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת המחנה, און דערביי דערציילט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די באזוכן אין קעמפ.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז מען דארף זען אין די זומער וואכן זאל מען נישט נאכלאזן גארנישט פון אידישקייט, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין זאגענדיג אז עס איז שוין די דריטע שמחה היינט נאך וואס עס איז געווען א חומש סעודה אין מאנסי פאר די קליינע קינדער, א חנוכת הבית פאר די גרויסע קינדער אין די אינגל קעמפ, און יעצט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס רביה"ק זיע''א האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 5:45.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די נייע פראכטפולע איי שאפ לאקאל אין סאוט פאלסבורג, אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו ושותפו הרה"ח ר' יוסף אלי' אפענהיים הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט פארציילט פארשידענע מעשיות פונעם הרה''ק הדברי חיים זיע''א, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בעלי בתים.
ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי''ו - ר' אלחנן טויב הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - ר' שמחה כ"ץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו אויף ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון פילמאר גארדנס ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך חבורת עזר התורה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די מסיימי החבורה און פאר אלע נייע מתחילים וועלכע הייבן אן לערנען אין די חבורה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 12:50, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יצחק דוד שווארץ הי"ו - ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 619