בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ז תמוז תשפ"ג7/5/2023

באריכט
מיטוואך פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאך די מקוה ארום 7:30 האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס בר"מ פרענקל הי"ו, בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מאריס-טאון עירפארט אין ניו דזשערזי, ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט שחרית אין א פריוואטע צימער אינעם עירפארט, בעל תפילה: הב' יהודא ברנ"ה שטיין ני"ו.

די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 10:30 אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה שע''י קהלתינו הק'. עס זענען אויך מיטגעפארן הגה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א און געציילטע מקורבים, אויפן פליגער האט דער רבי געלערנט זיין שיעור במס' בבא קמא, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פת שחרית, פארן בענטשן האט זיך פארצויגן א הערליכער שמועס איבער פארשידענע הלכה'דיגע שאלות בהל' שבת, און איבער רייכע קאפיטלן היסטאריע ביי כלל ישראל, היות מ'האט זיך געהאט געוואשן פארן ארויספארן האט מען געקענט בענטשן אינאיינעם מיט א מנין, דער רבי האט מכבד געווען א כהן הבה"ח חיים אלי' הכהן שאהנברוין ני"ו מיט ברהמ"ז.

נאכן בענטשן הארט איידערן לאנדן האט הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א איבערגעבן א הערליכן גרוס קהלתינו הק' ומוסדותי' אין לאנדאן פון ווי ער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט וויילענדיג דארט אויף א משפחה שמחה, און ס'האט זיך פארצויגן א שמועס איבער דעם הערליכן היכל התורה, און איבער דעם נייעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' וואס ווערט געבויעט אין מאנטשעסטער.

ארום 11:30 ארטיגע זייגער (12:30 ניו יארק'ער זייגער) האט דעם רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם לאקאלע מוניציפיאלע לופטפעלד אין וויסקאנסין פון וואו דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום 35 מינוט צום בית השחיטה המהודרת.

דער רבי איז אנגעקומען צום בית השחיטה ארום 12:10 ווי דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר אינעם בית השחיטה, ובנו הר"ר מרדכי שליט"א וועלכע פארפיגן אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.

אזוי די ארבייט האט שוין געהאלטן פעסט אינדערמיט איז דער רבי תיכף צוגעגאנגען צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די מאנטאג'דיגע שחיטה פאר א לענגערע צייט און נו"נ געווען מיט די חשובע רבנים איבער די תקנות וואס איז איינגעפירט ביים חלק הניקור, און דערביי אנגעצייגט פאר די מיטבאגלייטער אלע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעפירט געווארן אינעם חלק הניקור, דערנאך איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה פון שטיין-זאלץ און דורך א איד דוקא, דערנאך דעם סדר פון שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום אנדערן חלק פלענט וואו עס ווערט פראסעצירט די פלייש און מען שניידט עס, און איז איבער געגאנגען דעם גאנצן סדר פון פעקעדשינג און לעיבלען וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.

פון דארט איז דער רבי צוריק געגאנגן צו די שחיטה אפאראט, אהנגעהויבן פון בדיקת החלפים ווי די שוחטים האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם הידור פון מאכן אויסער א בדיקת לח אויך א בדיקת יבש, און דער רבי האט באוואונדערט די כשרות פון די חלפים וועלכע זענען "חד וחלק" לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט.

דערנאך האט דער רבי באטראכט דעם סדר השחיטה, ווי די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת, דער רבי האט גאר שטארק מפליא געווען די הידורים און חומרות וואס זענען איינגעפירט געווארן ביי די שחיטה גסות שע"י קהלתינו הק'.

דערביי האט דער רבי באטראכט פונקטליך דעם מקום השחיטה וואו דער שוחט שעכט, און פון וואו מען גיבט איבער פאר א גוי צו פארענדיגן ווי געברענגט אין תבואת שור אז עס איז א גרעסערע הידור אז א גוי זאל עס פארענדיגן.

פון דארט איז דער רבי אריבער חלק בדיקות הריאות, ווי דער רבי האט אליינס געמאכט א בדיקת פנים און זיך אומגעקוקט גאר א לאנגע צייט אויף די בדיקות חוץ, דערביי האט דער רבי צוגעוויזן פאר די אנוועזנדע די טבלא וואו א איד פארצייכנט די כשרות פון יעדע בהמה, און דוקא א איד לייגט די נומערן און זיגלט די חלקי הבהמה, און געצייגט אז פון די לעצטע 20 בהמות זענען בלויז 8 ארויס כשר.

אזוי האט דער רבי ממשיך געווען צי אלע חלקים, וויזוי מכשרט די צונג, און אלע חלקים קטנים.
פון דארט האט דער רבי ממשיך געווען צו די חלקי הבהמה וועלכע זענען נארוואס געשאכטן געווארן און ס'ווערט געמאכט א חלק הניקור, ווען די בהמה איז נאך ווארים, 'ניקור חם'. און ווי משניידט אוועק די חלקים וואס מ'נעמט נישט ביי אונזערע בוטשער סטאר'ס כפי תקנת רבינו שליט"א.

דערביי האט דער געצייגט פאר די באגלייטער אלע חלקי החלב, דאורייתא ודרבנן, און וועלכע חלקים סאייז נאר א מנהג נישט צו עסן אבער מדינא איז עס מותר.

נאך א קארגע 5 שעה אינעם בנין בית השחיטה האט דער רבי פארלאזט דאס פלאץ און איז צוגעפארן צום ארטיגן בית המדרש וואו דער רבי האט טועם געווען, ווען דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פאר אריבער א האלבע שעה מיט הרבנים הגאונים רבני קהלתינו וומסב"ג און מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א וואו דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התרגשות צוזעענדיג אזא הערליכע שחיטה פאר גסות אויף אזא הויכע סטאנדארט, און גאר שטארק מפליא געווען די פילצאליגע חומרות והידורים, און ס'האט זיך פארצויגן א שמועס מענין לענין איבער אסאך היסטארישע ענינים.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום עירפארט, און האט זיך געזעגנט מיט די ארטיגע שוחטים, ספעציעל האט דער רבי ווארים געוואונטשן פאר הר"ר מרדכי ווייסמאנדל שליט"א, און האט געלאדענט הגה"צ מנייטרא שליט"א מיטצוקומען אויפן פליגער.

דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:45 ארטיגע זייגער, און געפארן א וועג פון 2 שעה לעיר הנופש ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט זיך פארצויגן גאר א רייכער שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס דער טעכניק האט צוגעברענגט אין די לעצטע 100 יאר, ווען דערביי האט דער רבי נו"נ געווען מיט די חשובע רבנים איבער פסקי הלכות און שו"ת ספרים מגדולי האחרונים, וואס מ'קען פון דארט מדמה זיין מילתא למילתא אויף היינטיגע שאלות וואס די טעכנעלאגיע האט מחדש געווען.

דערנאך האט דער רבי אויסגעשמועסט מיט די מיטרייזענדע די קשיא וואס ער האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי הישיבה כמנהגו בקודש איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, אין די סוגיא פון תופס לבעל חוב, און אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים אין די סוגיא, און דערביי דערציילט מיט התרגשות איבער דעם גרויסן שבת שקלים מיט די בחורים תלמידי ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט ווי ער האט זוכה געווען פארצולערנען סוגיא שיעורים אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, במקום שהתפללו ולמדו בו אבותיו הק' זי"ע.

ארום 9:00 האט דער פליגער געלאנדעט אין 'בערלין רידזשענעל עירפארט' אין מילאן ניו העמפשיר, דער רבי האט געדאווענט מנחה אין עירפארט.

איידער מ'האט זיך געשטעלט דאווענען האט דער רבי געזאגט בלב מלא רגש אז ער וויל ברבים אפגעבן א שבח והודי' פאר השי"ת אז ער האט די זכי' עוסק צו זיין בזיכוי הרבים אין כשרות הבשר, און דערביי זיך באדאנקט מעומק הלב מיט התרגשות פארן נייטרא רב שליט"א וואס שטייט אונז צי בכל עת ובכל זמן בעניני שחיטה, זייענדיג דער רב המכשיר פונעם פלענט, און ארויסברענגט דאס ידידות פונעם נייטרא רב שליט"א וועלכער איז אונז צוגעשטאנען בכל לב ונפש בכל עת וזמן וואס מ'קען דאס נישט פארגעסן. און דערביי אים מאציל געווען מברכת קדשו לאריכת ימים ושנים בעבודת הקודש מתוך הרחבת הדעת.

נאך מנחה איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון בערך א שעה לביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, און די רבנים און איבעריגע מיטרייזענדע זענען אפגעפלויגן צוריק קיין מאריס-טאון אירפארט אין ניו דזשערזי ווי דער פליגער האט געלאנדעט בערך 10:15.

דער רבי איז אנגעקומען קיין בעטלעהעם ארום 10:30 און געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד דקהל יראים בית אלימלך, און נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 901