בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ד תמוז תשפ"ג7/13/2023

באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו (קר"י).
ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: הב' החתן בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו, פתיחה: ר' יונה לעוו הי"ו, כהן: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יונה לעוו הי"ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווע זיע''א פון זיין בר מצוה.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון הנחת תפילין.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 740