בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday27 Tammuz 57837/16/2023

Report
שב"ק פרשת מטו'''מ - מברכים חודש מנחם אב - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא:
הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א (קר"י).
הב' יושע ב"ר וואלף פערל הי"ו (קר"י).
הב' שלום יואל ב"ר חיים משה פעדער הי"ו (קר"י).
הב' נפתלי נטע בן הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א (וומסב''ג).
הב' אלימלך ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו (קר"י).
הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו (ב"פ).

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (קרית טאהש).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים בקר''י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד דברי יואל בקר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי), ברכת המזון: כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ח תמוז.

קה רבון עלם: הר"ר אהרן ברי"א מענדלאוויטש שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר פון א אייניקל, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים הערש קאהן שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו (קרית טאהש), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל הישיבה. לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א. שלישי: כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א. רביעי: הב' ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו (ב"פ). חמישי: הב' ב"ר יואל האלפערט הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הב' ב"ר יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (ב"פ). הוספות: הר''ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו. הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו. הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטרעאל). ר' משה ישעי' בראך הי"ו (ב''פ). הב' ב"ר יונה לעוו הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו (קר"י). הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א (קר"י). הר"ר יוסף מאסרי שליט"א ר"מ בישיבה. הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א ר"מ בישיבה. הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א. אחרון: הב' ב"ר מאיר צבי שטעסל הי"ו (קר"י). הגבה: הב' ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י). גלילה: הב' ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א די וואך. פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יוסף מאסרי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 3:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.

במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה און ניגונים אויף אידיש, בפרט דעם אני מאמין וואס מען האט געזינגען א לענגערע צייט בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מסעיהם למוצאיהם על פי ה' און געטייטשט בדרך אגדה אז בזכות פון אמונה וועט מען אויסגעלייזט ווערן פון גלות.

ברכהמ''ז: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:00.
מנחה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, כהן: הב' ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שלישי: ר' שלום פנחס באנדא הי"ו (קרית טאהש), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט אז מיט יעדע מצוה וואס מען איז מקיים בויעט מען צוריק אויף די ביהמ''ק בימינו אלה אז מען האט נישט קיין כח צו בויען זאל מען כאטש נישט צוווארפן מיט די חטאים דאס וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אויפגעבויעט און מיט דעם וואס מען פירט זיך בחסד וברחמים וועט מקיום ווערן בונה ברחמיו ירושלים

ידיד נפש: הר"ר אהרן יוסף בערגער שליט"א (קר"י), קל מסתתר: הרה"ג ר' משה האפמאן שליט"א ר"י בקיאות התורה (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך כ"ח תמוז, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

אויך האט הב' מענדל וואלף ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו (קר"י) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.

בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און זידיטשוב, אויך האט האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א איבערגעגעבן א הערליכע גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים נאך א באזוך פארגאנגענע וואך אין ירושלים עיה"ק, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מלוה מלכה לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און פארטיילט שיריים פאר נכדי בעל הילולא זיע''א.
מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה און ממשיך געווען מיט אידישע ניגונים, דערנאך האט דער רבי דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️