זונטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען, אויך האבן תלמידי הישיבה הבה"ח יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), און הבה"ח מאיר ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו (קר"י), איבערגעגעבן א תירוץ אויפ'ן רבי'נס קשיא.
אזוי אויך האבן די עסקנים הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו און ר' מענדל ברצ"א עקשטיין הי"ו איבערגעגעבן פארן רבי'ן די ליסטעס פון נאענט צו זעקס הונדערט אנ''ש וועלכע האבן זיך איינגעשריבן פאר די ביליגע דירות פראיעקט וואס וועט געבויעט ווערן אין די קומענדיגע יארן אויסגעארבייט דורך רבינו שליט''א לטובת אנ''ש, דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטעס און אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו פאר די עסקנים.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק פונעם אריה"ק זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורים און ענינים פונעם אריה"ק.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע דירות פראיעקטן וואס ווערט געבויעט אין קרית יואל.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️