בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ב מנחם אב תשפ"ג7/30/2023

באריכט
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 9:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר עמרם טירנויער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק רבי הערש'עלע ליסקער זיע''א וואס די יארצייט איז י"ד אב.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרב חיים אלישע שטערן שליט"א רב דקהל חסידים בעיסוואטער.

נאך מעריב האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען משפחת הגה''צ רבי זלמן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקאווע, צווישן זיי הגה''צ רבי אברהם מאיר שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד דקהלתינו ב''פ 15. הגה''צ רבי יואל שליט''א רב בתי מדרשים בית שמואל - דולעק בקרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️