דינסטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"י עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא האניג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קארט, אינאיינעם מיט הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה מיט די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אינעם שטאט ווי מען האט דן געווען דברים העומדים על הפרק, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר א לענגערע צייט, און אוועקגעשטעלט תקנות, גדרים וסייגים צווישן די געשעפטן, און שטארק אויפגעפאדערט זיך צו האלטן על דרכי הצניעות און נישט פארקויפן און מכשיל זיין די נשים צדקניות בעניני צניעות אין אזא הייליגע שטאט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו - ר' אלי' שפיטצער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:15, און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים שליט''א, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה''צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, אלץ עדות מצד החתן האבן געדינט הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו ראה"ק דק''ק עצי חיים סיגוט.
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן כ''ק אדמו''ר מנאסויד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, אויפן וועג ארויס איז דער רבי געגאנגן אנוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב, פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט המשפיע הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א פון ארה"ק וועלכע האט נארוואס געהאט פארענדיגט זיין דרשה בבית מדרשינו הגדול כנהוג א גאנצן זומער במסגרת שיעורי תורה בימי הקיץ שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו הק'.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין משפחת הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, צווישן אנדערע אחיה הרה"צ ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א אבד"ק רודניק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי אבותיה"ק לבית סיגוט, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין. דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️