בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' אלול תשפ"ג8/18/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת שופטים א' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שאהנפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזעל הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים בבית מדרשינו 68 דולעק - 'שכונת זרע קודש' בקרית יואל, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א יו"ר וועד המקוואות בקר''י און די ראשי הקהילה עסקני ותושבי השכונה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען א ניגון לכבוד המאורע עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון גיין אין מקוה און גערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן דעם בנין החדש והמפואר פארן ביהמ''ד. מ'האט געענדיגט ארום 1:30.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים, דער רבי איז ארום אין גאנצן ביהמ''ד און זיך אומגעקוקט אויף די אנגייענדע בוי ארבייט ביים פארדאפלן דעם ביהמ''ד און מקוה, און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אינעם שכונה, דער רבי איז אריין זיך אומקוקן און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די ווייטערדיגע פלענער.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די קלאוו דעוועלפמענט בשכונת דברי חיים ווי עס ווערן געבויעט עטליכע הונדערט דירות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו מגדולי עסקני ביהמ"ד בית שמואל, ומראשי הווילעדזש אף בלומינגראוו און הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו אויף די פלענער פון דעם פראיעקט און פארשידענע אנדערע פראיעקטן אינעם שכונה.

ארום 2:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג' אין ביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני ימים נוראים, ווי אויך איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע שאלות וואס איז נוגע פאר בחורים אין די ימים נוראים און איבער פארשידענע מנהגים ביים פארן אויף קברי צדיקים לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, אויף וואס דער רבי האט אויף אלעם משיב געווען בטוב טעם ודעת.

מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען די תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה פאר די בחורים.
מיט ברכהמ''ז: האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ברוך מאיר בראדער הי"ו - ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג כי תצא אין ביהמ"ד אהל פיגא, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה שלמה קאליש הי"ו (מאנסי) - ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.
ר' שלמה ברז"ל הכהן גליק הי"ו (וומסב''ג) - ר' יושע בער שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 617