בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגז' אלול תשפ"ג8/24/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך שמשון בר"א שווארטץ הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מנחם משה שטיין הי"ו.
ב"ר יואל ישראל מנחם וואגשאהל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט א שיעור און געזאגט דערביי דברי הכנה לימי הרחמים והרצון, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק וראש העיר קרית יואל, ע"פ אשתו ע"ה.
אזוי אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:15 נאכמיטאג ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מענדל אפענהיים הי"ו - ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"ל מייזעלס הי"ו - ר' הערש לייב פישער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ליפא שפילמאן הי"ו - הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, און מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️