בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב אלול תשפ"ג8/29/2023

באריכט
זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יואל רובין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 אזייגער איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין לינדען ניו דזשערזי, צו די חומש סעודה מיט די תלמידי כתה א' במוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען באולם שע"י בנין המפואר של הרבני הנדיב מוה"ר אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב"ג יצ"ו ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען די עלטערן און די זיידעס פון די קינדער.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א רב דקהלתינו הק', און די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש ויקרא כנהוג.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די עלטערע כיתות במוסדותינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 3:00.

נאך די חומש סעודה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך וקביעות מזוזה בבית החדש פון הגה''צ רב דקהלתינו שליט"א, דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הארטמאן הי"ו, דער רבי האט צום ערשט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר האחים הנגידים ר' ישראל ור' שמואל הארטמאן הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו בלינדען יצ"ו.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון בבית האכסניא פאר אנ''ש תושבי לינדען וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.

במשך די זמני כניסה זענען געווען אויף באזוכן בקודש פנימה כ''ק אדמו"ר מקאלאמייע שליט"א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט''א, און כ''ק אדמו''ר מקאסאן שליט''א, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן מיט יעדן פון אדמור"ים שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען די אדמורי''ם מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:45 נאכמיטאג ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יוסף מענדל פרידריך הי"ו - הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א.
הר''ר יחזקאל שרגא שטיין שליט''א - ר' יואל פריינד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 12:20.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו מחשובי תלמידי ישיבתינו הק' שיעור ד'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️