בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ו אלול תשפ"ג9/12/2023

באריכט
זונטאג פרשת האזינו א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל.
דער ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
ב"ר יעקב אליקים פישער הי"ו.
ב"ר ליפא טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר.

נאכמיטאג ארום 3:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי עס איז פארגעקומען א 'סיום סדר בראשית' דורך די נייע אפטיילונג פון כתה ג' במסגרת מוסדות קר"י, עס האבן זיך אויך משתתף געווען די עלטערן און זיידעס פון די קינדער, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל עקשטיין שליט"א און הר"ר יואל אפענהיים שליט"א, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען א פארהער אויף גאנץ סדר בראשית א לענגערע צייט אנגעפירט דורך הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א פון ארה"ק.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק וברכה מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין חמשה חומשי תורה און קענען ווייטער ממשיך זיין מיט כל התורה כולה. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:45 נאכמיטאג ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו - ר' נפתלי צבי חיים לאנדא הי"ו (טאהש).

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️