בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגו' תשרי תשפ"ד9/21/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת האזינו ב' שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפלה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אביעזר מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.
ב"ר משה יוסף דוב סימאן הי"ו.
ב"ר יואל ברמח"י קרויס היו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געלייגט תפילין דרבינו תם בחדרו הפרטי.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אמירת כל ספר תהילים. בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט דעם וידוי הגדול פון רבינו ניסים בבכיות עצומות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צו די לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברוב עם, און געזאגט די סדר אמירת תשליך בהשתפכות הנפש, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:45 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 9:20, נאך מעריב האט דער איש ירושלים הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו אריינגעברענגט בקו"פ און אויסגעלייגט על שלחן הטהור אריבער 30 הערליכע נייע שבת'דיגע טליתים מעוטר ומצוייץ מיט גאר מהודר'דיגע ציצית פון ריינע וואל מ'ראשית גז הצאן' וואס איז פערזענדליך געשניטן געווארן דורך כ"ק רבינו הגה"ק במעמד קהל רב חוהמ"פ תשפ"א לפ"ק בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו און איז אפגעשיקט געווארן לכבוד יום הקדוש הבעל"ט בשליחת הקודש פאר די נגידים חשובים וועלכע האבן באשטייערט דעם ריזיגן סכום פון א 'מיליאון דאללאר' ביי די היסטארישע מסיבה 'ראשון למקראי קודש' פארן קרן הבנין החדש, תל תלפיות, דקהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו, דער רבי האט איבערגעקוקט די נעמען פון אלע נדיבים וועלכע זענען אויפגענייעט אויף די בייטליך, און האט מאציל געווען מברכתו הטהורה אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, צו פועלן אלעס גוטס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אלכסנדר זושא ניימאן הי"ו - ר' אליעזר מאשקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️