בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א תשרי תשפ"ד9/26/2023

באריכט
דינסטאג פרשת וזאת הברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא זופניק הי"ו.
ב"ר יעקב לייב כהן הי"ו.
ב"ר ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב אהרן עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול ב"ר מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות וויזוי צו פארענדיגן די איבעריגע חלקי הסוכה, און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש וואס בויען די סוכה.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יחזקאל פערל הי"ו - ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 852