בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשט"ו תשרי תשפ"ד9/30/2023

באריכט
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג.

פארנאכטס ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30, נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן גוט שבת גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור און געזאגט 'דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען מקיים זיין מצוות סוכה כהלכתו', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ביים אנקומען לביתו נאוה קודש האט מען געעפנט דעם שלאק אינעם רבי'נס סוכה, און דער רבי איז תיכף אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם', און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט דעם סדר האושפיזין, און די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תיבו תיבו, כנהוג.

נאך די פיש האט זיך רבינו שליט''א אויסגעדריקט ברגש קודש 'נישטא קיין ווערטער צו קענען דאנקן דעם הייליגן באשעפער אז מען קען זיצן און עסן און די סוכה'.
דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען די זמירות שבת.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשענו תחת העץ' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אריינגעשיינט א כח אין די וועלט דורך מאכן די גרים אויף ביז היינטיגן טאג, אזוי אויך ווען מען זיצט אין די סוכה אפילו עס איז נאר אויף 7 טעג שיינט עס אריין אויפ'ן גאנצן יאר.

די בעלי אושפיזין האבן געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.
ברכהמ"ז: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד מקאזניץ זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען ערב סוכות.

מען האט געזינגען קה רבון עלם, און פון די פירות האט דער רבי געטיילט פאר די בעלי אושפיזין. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. אז ביום השביעי: ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי''ו מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 798