בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשט"ו תשרי תשפ"ד9/30/2023

באריכט
מוצאי יו''ט ליל א' דחוה"מ - אושפיזא דיעקב שלימתא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול ארום 11:30.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי.
הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י.
הרה"צ ר' יצחק אשר ישעי' לייפער שליט"א מחוסט נאדבורנא קר"י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה' און געטייטשט אז דורך די תפילות פון די פריערדיגע צדיקים ווערט כלל ישראל געהאלפן ביז היינטיגע צייטן 'ויתן ויחזור ויתן', ווען מען מאכט די נענועים מיט די ד' מינים אפילו מען איז א פשוטע איד טוט עס אויף אלע גוטע זאכן בזכות פון די עבודת הקודש פון די פריערדיגע צדיקים.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️