בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ט תשרי תשפ"ד10/4/2023

באריכט
ליל ג' דחוה"מ אושפיזא דאהרן כהנא קדישא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:20.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר מאנסי.
הר"ר חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א מ'סטאניסלאוו לינדען.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז דורך מצוות סוכה קען מען שפירן א עריבות און מתיקות התורה.

ברכהמ''ז: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אדמו''ר מקאלאשין מאנסי. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד שמחת בית השואבה רבתי ריקודין של מצוה דורך אלפי אנ''ש לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז געזעצן אויף די בימה און זיך צוגעקוקט מיט שמחה א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 12:45.
מיטוואך יום ג' דחוה''מ

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו שחרית ארום 9:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. לוי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שמחה בר"ע הירש הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ. גלילה: הר"ר יואל ישכר לעוו שליט"א (לאנדאן).

מוסף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' גרשון שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יצחק ברוך ברמ"י טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' משה גאלדבערג הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר פון הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.

נאך מעריב איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א רב דביהמ"ד באר משה פרעמישלאן מאנסי ונשיא מכון עוז והדר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 704