בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגד' מרחשון תשפ"ד10/19/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד אבערלענדער הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל גרינפעלד הי"ו.
ב"ר יואל בכור סרוגא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו ע"פ אחיו ע"ה, און משפחת הרה"ח ר' אורי שווארץ ע"ה.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו - ר' יוחנן מאנן הי"ו.
ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו - ר' מאיר העכט הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' ישראל יעקב לאנדא שליט"א גאב"ד קהילת חרדים באר שבע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני שחיטה וכשרות, ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת באר ישראל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️