בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' מרחשון תשפ"א10/20/2020

באריכט
חדש ימינו כקדם

גרויס פרייד הערשט בין עמידי דגירסא דישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ווען היינט נאכן דאווענען האבן תלמידי ישיבתינו זוכה געווען אז די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט צוריק אנגעהויבן פארלערנען די טעגליכע תהילים שיעורים נאכן דאווענען
די תהילים שיעורים וואס געט אריין חיזוק און חיות פאר די בחורים וואס די רבי לערנט שוין פאר אין ישיבה פאר די לעצטע קרוב צו 25 יאר.

-און אין די לעצטערע תקופה בימי המגיפה האט די רבי נישט פארגעלערנט די תהילים שיעורים. ווי סליגט נאך אין די ביינער די לעצטע תהילים שיעור וואס די רבי האט געזאגט אפאר טאג נאך פורים בבכיות נוראות ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק:
"..כהאב געהאט זייער א שווערע נאכט כהאב נישט געקענט שלאפן כהאב געדארפט היינט אפשפארן 10,000 אידישע קינדער דא אין קרית יואל ...וואס לערנען תורה "סהאט מיר זייער צובראכן.."

און איז צוריק נתחדש געווארן היינט ווען נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארוה"ק שטייעדיגערהייט און אנגעהויבן אנהייב פונעם ספר תהילים צום צווייטן מאל -טראץ אלע טרדות הזמן וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א טראגט האט דער רבי נישט געואלט אויפגעבן דער לעכטיגע שיעור וואס דער רבי טוט פארלערנען פאר דער באליבטע תלמידים הקרוים בנים מדי יום ביומו.

מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה