בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח מרחשון תשפ"ד11/12/2023

באריכט
שב''ק פרשת חיי שרה מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן משה משולם ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו.
החתן משה מנחם ב"ר נחום שמשון שווארץ הי"ו.
החתן יעקב משה ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.

מען האט געענדיגט ארום 6:50, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב נחמן כהנא שליט"א (בני ברק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקח העבד נזם זהב בקע משקלו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שיעורים ביי א בן נח.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א (בני ברק), ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון ר"ח כסלו.

קה רבון עלם: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אביגדור שישא הי"ו (בית שמש). מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מנחם שלמה ראזענבערגער שליט"א אבד"ק נעשכיז (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ברוך יודא קליין הי"ו.

עליות. כהן: ר' יושע הערש גליק הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: ר' אברהם ארי' העללער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל 'הינדא' ע"ש הרבנית הצ' אשת חבר כ"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זצ"ל. רביעי: החתן בן הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב מרדכי פנחס עקשטיין הי"ו.
ר' אברהם שעהר הי"ו.
ר' יצחק אלימלך וויינבערגער הי"ו.
ר' יו"ט לעווי הי"ו.
ר' מרדכי יוסף הערשקאוויטש הי"ו.
ר' ישראל זאב גאנדל הי"ו.

שביעי: הרה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אבד"ק ווייטצען. הוספות: החתן ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו. הרה"ג ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אב"ד גמזו. אחרון: הר"ר מרדכי אהרן מייזעלס שליט"א (וומסב"ג). מפטיר: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א אב"ד באלטימאר. הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג).

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.

מוסף: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א (טאהש).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכלי הפאליש די שמחת הקידושא רבה בחצרות קדשינו בת הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט זיך משתמש געווען מיט מידות פון יראה און ענווה צו קענען מצמצם זיין די אהבה, און מסיים געווען בברכה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:15. מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אורי יודא קויפמאן הי"ו. כהן: הרב נחמן כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. שלישי: נכד רבינו הרב חיים הערש ט''ב שליט"א מראצפערט (ב"פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו (מאנטרעאל).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז דורך עוסק זיין בתורה ווערט געעפענט דעם כח השמועה מען זאל קענען הערן דעם בת קול משמים און איז מעורר דאס הארץ צום אייבערשטען.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל), קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת באבוב ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין נייטרא קעמפ אין וואודבארן צום מסיבת מלוה מלכה נאכן דערהויבענעם שבת בראשות הרה"ג המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, פאר די חבורת 'ותלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות במוסדות קרית יואל.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים בקר"י, דערנאך איז פארגעקומען די סיום ווי די צענדליגע בחורים האבן מסיים געווען די פילע מסכת הש"ס, און הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק האט געזאגט קדיש, דערנאך האט די בוחן הרה"ג ר' אברהם שווארץ שליט"א פון בני ברק פארהערט די בחורים א לענגערע צייט בע"פ בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה און אלע בחורים, ובפרט פארן פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו, און אים געוואונטשן אן עקסטערן מזל טוב לרגל נישואי בנו החתן ני"ו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק איבער דאס חשיבות פון עוסק זיין בתורה אין די פרייע צייטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און די ראשי החבורה. מען האט געענדיגט ארום 11:20, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️