בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךב' כסלו תשפ"ד11/15/2023

באריכט
דינסטאג פרשת תולדות ר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים העכט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:10 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים קבלת פנים בשמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, החתן בן חתנו הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עידן פעלאס. מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 7:25.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי משפחת הרה"ח ר' אהרן בלייך ע"ה ע"פ אמם ע"ה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קאנטינענטל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' צבי מאיר גאטליעב הי"ו - הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מראשי קהלתינו הק'.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7.45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אב"ד סעליש שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' יוסף הורוויץ שליט"א ראה"כ מונקאטש חתן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' אליעזר זוסיא פארטיגאל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

בעת די זמני כניסה איז אויך פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דעם גמר המקח פונעם גרויסן שטח ווי עס וועט בקרוב אויפגעבויט ווערן בית מדרשינו החדש 18טע עוו. אין ב"פ, דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס פונעם ביהמ"ד און פון די היכל התורה, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דומ''ץ הביהמ''ד הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, פאר די מתפללים, און עקסטער פאר די נדבנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א, החתן בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:40, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודיןמשל מצוה און דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מחותנים, די זיידעס, און ארויס אין עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה, דער רבי איז דערנאך פארבליבן צו די מצוה טאנץ פון אחיו שליט"א און דערנאך געטאנצן מיט די בני המשפחה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️