בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגח' כסלו תשפ"ד11/21/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

איידער תפילת שחרית האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מבקר חולה געווען הגאון הגדול זקן ראשי הישיבות רבי אליקים שלעזינגער שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת הרמה לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און זיך נאכגעפרעגט איבער'ן מצב הבריאות און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד מהרש''א אין קר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יואל קארנבלי הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק מ', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקרית יואל, און דערנאך איז געווען די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת שבע ברכות לנכד הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען, וואס איז פארגעקומען בבית חתנו המחותן הרה"ח ר' יואל פרענקל הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, איבער דעם געהויבענעם שבת שקלים פאראיאר 'שבת ישיבה של מעלה' מיט די תלמידי הישיבות אין אייראפע און ארה"ק אין שטאט סיגוט, אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדריקט 'דאס איז געווען א שבת צום געדענקן!', דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און די מחותנים און ספעציעל פאר די צוויי געהויבענע זיידעס הר"ר חיים הי"ו און הר"ר מאיר שטערן הי"ו, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️