בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"א כסלו תשפ"ד12/4/2023

באריכט
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף לייב פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יהודא ברילל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די סעפייער זאל צו די מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך איגוד יושבי אוהל דקהילתינו הק' לכבודו פון הרה''ג וואלף אהרן טעללער שליט''א מנהל מבצר הכוללים קר''י, און לכבודו פון הרה''ג ר' לוי יצחק האניג שליט''א מגי''ש ביושבי אוהל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און זיידעס, און משמיע געווען דב"ק ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם איגוד יושבי אהל וואס געט די געלעגענהייט פאר אינגעלייט עוסק צו זיין בדבר הלכה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט געהאט די זכי' מנדב צו זיין דעם בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יצ"ו, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:05, און מעריב ארום 6:15 בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים בנציון וויינפעלד הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה פישער הי"ו, באולם גינת קליין.
הר"ר מענדל ווייס שליט"א - ר' אלי' יודא ראטה הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן 60 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'בנינו ודורותינו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.
אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די צענטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ז לפ"ק.

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב זאנוויל וויינבערגער הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יושע קאלער הי''ו.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' פנחס שלעזינגער שליט"א ראש ישיבתינו אין לאנדאן יצ"ו. דערנאך האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה.

ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק שליט''א וועלכע האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד אין דעם טאג, און איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג.

ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין דאנקן השי''ת על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן, אויף די ניגוני הודאה פון חסדי ה', והיא שעמדה, און נאך.

דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל.
דער חשובער יו"ר שליט"א האט ממשיך געווען בחיוב ההודאה און ארויסגעברענגט די שמחה וואס פלאקערט אין די הערצער פון אנשי שלומינו איבעראל אין די גאנצע וועלט, און דערנאך האט זיך זיך דער רבי נאכאמאל אויפגעשטעלט און ממשיך געווען אין א פייערליכע טאנץ אויף בך בטחו און ניגוני הודאה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג.
דערנאך האט ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע איז געקומען און באגלייטונג פון הרה''ח ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, דער מעיאר האט אויפגעטרעטן זאגענדיג זיין שטענדיגע הילף פאר קהלתינו הק', בפרט פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק, און זיך באדאנקט אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף אין עתיד פאר די ריינע חינוך אין ניו יארק.
דערנאך איז דער מעיאר יר"ה צוגעגאנגען אפנעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א, און ר' מרדכי אלעזר האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

ארום 10:45 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון מרן רבינו שליט"א, צום ערשט האט דער רבי גערעדט בשבח המוסדות, און די חיוב שטיצן די הייליגע מוסדות, און דערנאך משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה"ק בעל הנס זיע"א, און ממשיך געווען איבער לימוד התורה בחבורת יסודי התורה וועלכע האט יעצט אנגעהויבן מס' סוטה, איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה פארן דאווענען, די נושא פון מלבושי נשים און די עגמת נפש וואס קומט ארויס ווען מען איז מזניח אינעם צניעות.
דער רבי האט דערמאנט דעם מצב המלחמה אין ארה"ק בפרט די רציחה אויף א ת"ח א מורה הוראה פארגאנגענער וואך הי''ד במהרה לעינינו, די ווייטאג אויף אלע אידישע נפשות וואס ווערן ליידער פארלוירן, עס איז נישט 'אונז' און 'זיי', מיר האבן נישט קיין חלק אין די מדינה, זייער מיליטער איז נישט אונזער מיליטער, מיר זענען זיך משתתף אין די צער פון אחב"י אין ארה"ק, און מיר זענען מתפלל אויף די הצלה אבער נישט אויף די הצלחה פון די ציונים, דער רבי האט אויסגעשריגן זיין ווייטאג ווען מען זעט געוויסע מנהיגים זענען מחזק דעם ציוני'סטישן מיליטער, זיי שיקן טאנצן פאר אוכלי נבילות וטריפות, און דערמאנט א אסיפה נאכן הקמת המדינה ווי רביה''ק בעל הנס זיע''א האט געזאגט אז די מדינה איז נישט קיין מציאות א זאך וואס איז נגד התורה איז נישט קיין מציאות!, במיוחד האט דער רבי דערמאנט די פראטעסט אין וואשינגטאן, ווי די אגודת ישראל פארטיי האט אפיציעל געשטיצט זיך צו באטייליגן ביי דעם פארזאמלונג, וואס איז געווען לחיזוק הציונית, בתערובת אנשים ונשים, רובם ככולם מחללי שבתות פורקי עול.
דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם מצב אינעם קאמף למען חינוך הטהור אין ניו יארק, דער רבי האט דערמאנט די פריערדיגע גזירות בעניני דת, מציצה בפה, ביי קאראנא צו פארמאכן די בתי מדרשים, מוסדות התורה און די קעמפס, ועוד, ווי כלל ישראל איז געווען אנטשלאסן און די רעגירונג האט געזעהן אז מיר זענען א עם קשה עורף, אויך יעצט ווען די רעגירונג פארלאנגט מען זאל אויסוועלן איינס פון זיבן פעטוועיס פאר די מוסדות דארף מען שטיין פעסט און מען זאל נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, עם ה' חזקו ונתחזקה און אויסגערופן א ריף צו אלע ערליכע מוסדות חלילה זיך נישט לאזן פון די וואס פארפירן דעם ציבור און נישט ענטפערן די רעגירונג, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה אין מאנסי דורך די רעגירונג אינסטאנצן ווי אלע אלע מוסדות אין ראקלענד קאונטי, האבן אינאיינעם באשלאסן צו איגנארירן די אסיפה און קיינער איז נישט אנגעקומען, יפה עשיתם, און נאר אזוי וועט מען בעז''ה מצליח זיין, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים.

נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 753
אין טעלעגראם