בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ"ו כסלו תשפ"ד12/9/2023

באריכט
מוצש''ק ליל ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
צווישן אנדערע זענען אנוועזענד געווען כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, כ''ק אדמו''ר מזידטשוב חרדים שליט"א, הגה"צ אבד"ק וואוידסלוב שליט"א.
נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז נר חנוכה איז משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו 'א גוטע וואך און א לעכטיגע חנוכה'. מען האט געענדיגט ארום 11:35.

אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 829