בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגג' טבת תשפ"ד12/15/2023

באריכט
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש נ"י אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און ביים סוף האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע, און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות.

דאן האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע דברי אגדה וחסידות אז דער נס חנוכה איז געווען דורך די אש של מעלה וואס ווערט נישט פארברענט, און געטייטשט מיט פארשידענע אופנים, און נאכגעזאגט אז ועתה יגדל נא כ''ח ה' כח במילוי איז בגימטריא 'להדליק נר חנוכה', די כח פונעם אש של מעלה קומט אראפ ביי יעדן איד ווען מען צינדט די מנורה חנוכה עס דארף זיין ויגבה לבו בדרכי ה' מיט א אש של מעלה, און נאכגעזאגט אז להדליק נר חנוכה איז בגימטריא 'מלך רופא נאמן' ווען מען צינדט אהן די נרות חנוכה איז עס משפיע רפואת וישועות פאר יעדעם סיי רפואת הגוף און סיי רפואת הנפש, און ממשיך געווען מען איז מתפלל ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות אין די קומענדיגע וואכן געפאלט די גויאישע חגאות ווען דער עולם ארבעט נישט זאל מען מייחד זיין די טעג אויף לימוד התורה אבות ובנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען די דערהויבענע מסיבת לחיים בשירה ובזמרה, מען האט געזינגען מערערע ניגוני התעוררות וניגוני שמחה והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברי ברכה נאכזאגענדיג פונעם רוקח אז די אכט טעג חנוכה איז מרומז קעגן די אכט טעג סוכות וואס דאס קומט אויס שמיני עצרת ווען מאיז מתפלל אויף גשם קעגן זאת חנוכה, און פארדעם קומט זאת חנוכה אויך אראפ א שפע פון פרנסה און געוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים מזמרים פון די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️