בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגו' טבת תשפ"ד12/18/2023

באריכט
פרייטאג פרשת מקץ זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף יאקאב הי"ו.
ב"ר דוד יששכר פארקאש הי"ו.
ב"ר בנימין הלל נאווע הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד האפפמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש ונעימה, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון די ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א איבער דעם נייעם 'קאסטום עירוב טראק' וואס דער וועד העירובין דקרית יואל האט געקויפט פאר די פאנטאסטישע סומע פון העכער צוויי הונדערט טויזנט דאלאר לצורך פון די עירובין אין אלע שכונות בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו, און האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א באריכט פון די פולע פעולות פונעם וועד העירובין און דערביי אנגעוויזן אויפן נייעם עירוב טראק וואס איז דארט אנוועזנד געווען, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר הר"ר ישראל הערש רייך שליט"א מרמ"י הישיבה וואס האט זיך אינטערגענומען און עוסק געווען צוזאמצושטעלן דאס גאנצע געלט פארן נייעם טראק.

דערנאך איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה, דער רבי האט אויפגעריסן די חלה אהן קיין מעסער כנהוג אים עש"ק, מען האט געזינגען ניגוני חנוכה, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה און געזאגט אז חנוכה איז מסוגל פאר אלע השפעות בפרט פאר שידוכים, און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי רמ"י והנהלת הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 906