בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ז טבת תשפ"ד1/8/2024

באריכט
זונטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יושע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם בית רחל אודיטאריום בבנין לאה אסתר צום מעמד 'בבנותינו נלך' פאר די קרוב צו טויזענט מחנכת אינערהאלב אלע אפטיילונגען פון בית רחל שע''י מוסדות קרית יואל.
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל בית רחל הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו וועלכער האט איינגעלייטעט דעם מעמד, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה פאר די אלע איינגעשטעלטע, דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' און אחריות וואס א מחנכת פארמאגט, און ווי זי דארף צו זיין א דוגמה פאר די תלמידות וויאזוי זיך אויפצופירן מיט מדות טובות און מיט צניעות, און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו (מאנסי) - ר' ברוך עזריאל יחיאל לעווי הי"ו

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

נאך די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אין אריזאנע, רבינו שליט"א האט דורש געווען בשלומו און זיך פאראינטערעסירט אין די מצב הבריאות, האדמו"ר מסקולען שליט"א האט זיך מזכיר געווען און געבעטן רבינו שליט''א זאל אים אינזון האבן, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרפו"ש וגמורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️