בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגא' שבט תשפ"ד1/11/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת וארא ר"ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' גדלי' גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל פעקעטע הי"ו.
ב"ר אברהם חיים ווייס הי"ו.
ב"ר שלמה אברהם גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, און ביים ליינען געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 6:50 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב''ג, ווי עס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. די צווייטע אסיפה פאר נגידים ונדיבי לב לטובת דעם נייעם קרן "לב אהרן" וואס איז געגרינדעט געווארן מיט צוויי וואכן צוריק לביסוס קהלתינו הק' יטב לב ומוסדותי' אין ארה"ק, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש וברכה און מחייב געווען גרויסע סכומים וואס די נדיבים האבן באשטייערט להחיות נפש צדיק, דער רבי האט דערביי מחזק געווען די עסקנים מען זאל קענען ווייטער אויפטרייבן גרעסערע געלטער פאר די הייליגע מוסדות אין ארה''ק.

אויך זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אינאיינעם מיט חתנו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א לרגל די אפשערן פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, דער רבי האט אפגעשוירן פון די האר און אנגעטוהן א קאפל אין ציצית, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין ב"פ צום מעמד 'תורה להאדירה' לטובת כוללינו כולל דברי יואל אין בארא פארק מיט אירע נאענט צו 200 לומדי הכולל, אינאיינעם מיט די סיומי מקצועות התורה, פארגעקומען אין די ליפשיץ זאלן אין ב"פ.

ביים אנקומען אין ב"פ ארום 9:45 איז רבינו שליט''א צום ערשט אריבער בבית מדרשינו הגדול וואו דער רבי האט געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלום מיטטעלמאן הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום מעמד תורה להאדירה, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיטן נואם הכבוד הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב עיר בני ברק יצ"ו און די רבני הכולל, און דער נועם הכבוד האט פארענדיגט זיין דרשה, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר המעמד הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו, און האט אויפגערופן הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו מראה"ק וחבר הנהלת הכולל אויפצוטרעטן.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בשבח פונעם כולל וואס איז פקיעא שמיה אין די גאנצע שטאט, ובשבח פון די מחזיקי תורה וואס האבן א גלייכע חלק אין די לימוד התורה, דער רבי האט אויפגעפאדערט צו דאווענען דייקא אין די בתי מדרשים דקהלתינו הק' סיי שבת און סיי אינדערוואכן, און ארומגערעדט מיט הנאה איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון ביהמ"ד תפילה למשה, ולסיום דבריו באגריסט ידידו עוז הגאון האדיר דער נואם הכבוד שליט"א און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די רבני ולומדי הכולל, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך פארטיילט א סעט ברך משה פאר אלע אינגעלייט מסיימים ומצטיינים בשו"ע יו"ד ח"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

ביים אנקומען צוריק אין קר''י ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וחתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, צו די שמחת הוואכנאכט פון בנו הנולד למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ר' זושא מ'אניפאלי זיע''א וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן היינט ב' שבט, דער רבי האט געטרונקען לחיים און טועם געווען און מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️