בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגה' שבט תשפ"ד1/15/2024

באריכט
זונטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר שלום מאיר הכהן רובין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא פארטיגאל הי"ו.
ב"ר ליפא ברח"ל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פארקאש.
ב"ר בעריש ווערטהיימער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

תיכף נאך שחרית איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה מסכת בבא מציעא דף ד: בסוגית הילך, און דערביי איבערגעלאזט די קשיא פאר די בחורים איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאליפארניע.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה מיט 'כי מלאכיו' לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.

ארום 1:25 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צו סטוארט עירפארט, אין לופטפעלד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.

ארום 2:30 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע, אינטערווענגס האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אינאיינעם מיט'ן חברותא הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, אויך האט דער רבי א לענגערע צייט מעיין געווען און איבערגעקוקט דעם באנד פונעם נייעם הערליכן שו''ת עצי חיים וועלכע ווערט יעצט מוכן לדפוס און דערביי מגיה געווען א חלק פון די הוספות והערות.

דער פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט ארום 5:00 - ארטיגע זייגער (8:00 ניו יארק'ע צייט).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן אין לופטפעלד דורך אנשי שלומינו וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה און דער רבי איז צוגעפארן לביתו נאוה קודש.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ"ד, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת בערך 6:12 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 837