בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ז טבת תשפ"א1/11/2021

באריכט
הרצים יצאו דחופים:
לעגאלע עקספערטן איבעראשט פון אפיציעלע אנטווארט דורכ'ן בארד אוו רידזשענטס געציילטע טעג נאך אפעקטיווע קאנפערענס מיט אר-פעק
אומגעראכטענע פאזיטיווע אנטווארט ווארפט האפענונגספולע ערווארטונגען
אויפצומישן א נייעם בלאט אין די מערכה להצלת החינוך
רידזשענטס: מיר האבן געהערט און געזען פאקטן וואס מיר האבן קיינמאל ביז היינט נישט געהערט אדער געזען – אר-פעק: אלע אפציעס זענען גרייט, אריינגערעכנט א שטארקע לעגאלע קאמף, מיט די האפענונג נישט צו דארפן צוקומען דערצו

שטייענדיג בלויז איין וואך נאך וואס עס איז פארגעקומען דער היסטארישער קאנפערענס אין וועלכע די עסקנים פונעם אר-פעק ארגאניזאציע האבן געהאט אן ערשטמאליגע געלעגנהייט פארצושטעלן די פעסטע אומצוויידייטיגע שטעלונגען פון די פילע טויזענטער הורי המוסדות איבערן גרעיטער ניו יארק, איז שוין דא פרישע און גינסטיגע נייעס צו באריכטן פארן ציבור וועלכע קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף אנטוויקלונגען אין דעם נושא.

אר-פעק באריכטעט פריידיג די ערשטע באריכטן איבער די אינסטינטיווע רעזולטאטן וואס דער קאנפערענס האט געברענגט בס"ד, נאך וואס עס אנגעקומען צו די באורד פונעם אר-פעק ארגאניזאציע א דירעקטער מעסעדזש פון די באורד אוו רידזשענטס, וועלכע האט זיך באצויגן צום ווירטואלן קאנפערענס פון דער פארגאנגענע וואך.

דער ערשטער רעאקציע פון די אר-פעק עסקנים זעענדיג צו וואס דער מעסעדזש באציהט זיך און וויאזוי דאס איז געווארן אפגעלערנט, איז ווי פארשטענדליך געווען גאר א פאזיטיווע. ס'האט ארומגענומען פריידיגע געפילן פון התרגשות זעענדיג ווי שטארק עס איז געווען דער אימפאקט פונעם סוקסעספולן קאנפערענס, ברענגענדיג דעם באורד אוו רידזשענטס צו פילן פאר וויכטיג צוריקצוקומען מיט א קלארער תשובה אזוי פלינק.

זייער מעסעדזש איז געווען גאר א קלארער, באציענדיג זיך דירעקט צו דעם געלונגענעם קאנפערענס וואס מען האט אפגעהאלטן דעם פארגאנגענעם וואך, און דער באורד אוו רידזשענטס שרייבט מיט זייער קלארע ווערטער אז דער קאנפערענס האט געעפנט קוק ווינקלען פון גענצליך נייע פרעספעקטיוון וועלכע מען האט ביז היינט נישט געוואוסט, און אז אין זייערע קארידארן האט זיך געעפנט א פרישער בלאט מיט א גענצליך נייעם אויסבליק אויף די היימישע חינוך, געבנדיג א פאזיטיווע שטימונג אויף דעם גאנצן נושא.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דא איז נישט דער פלאץ אריינצוגיין אין די פולע אינהאלטן פונעם מעסעדזש, נאך וואס דאס נעמט אריין אין זיך אסאך סענסיטיווע אינפארמאציע וועלכע זענען נאכנישט ראוי לפרסום נעמענדיג אין באראכט די הייקלקייט פון די נושא און די כוחות הטומאה מיט וועמען מען פארמעסט זיך ליידער, אבער דער אויספיר פונעם מעסעדזש און דער תמצית איז געווען דאס, אז דער קאנפערענס איז זיי געווען ווי אן "אויגן-עפענער", עס האט זיי געגעבן חומר וואס זיי האבן ביז היינט נישט געהאט דאס מינדעסטע השגה דערין, און האט זיי געגעבן צו הערן און זעהן פילע חידושים וועלכע האבן בס"ד באוויזן שטארק צו טוישן די בליק וואס דער באורד אוו רידזשענטס האט אויף אונזער חינוך, ווי קיינמאל פריער.
די עסקנים און באורד מעמבערס פונעם אר-פעק ארגאניזאציע האבן אויפגענומען דעם מעסעדזש מיט א דאפעלטער באדייט, ערשטנס נעמענדיג דאס ווי א באשטעטיגונג פונעם 'בעל כרחו יענה אמן' אז די ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אינעם אינהאלט פון די צוגעגרייטע רעדעס ביים קאנפערענס האט זיך שוין אויסגעצאלט שטייענדיג בלויז עטליכע טעג דערנאך, ברענגענדיג שוין אזא גאר איבערראשענדער שנעלער ענטפער וואס צייגט ארויס ווי מאכטפול דער אויסקום פון דער אסיפה איז געווען.
גלייכצייטיג, און מער וויכטיג, איז אבער דער מעסעדזש א שטארקער דערגרייכונג פארן עתיד פונעם מערכה. נעמענדיג אין באטראכט דאס אז דער ערשטער גרויסער טריט מטעם דעם רעלאטיוו-נייעם ארגאניזאציע האט אזוי שטארק אויסגענומען ביי די באאמטע און אזוי סוקסעספול געצילט שארף אין פונקט בסייעתא דשמיא, גיבט דאס א גרויסער דאזע פון חיזוק און באשטעטיגונג אז מען האט ב"ה צוגעטראפן צום ריכטיגן מהלך וויאזוי צו שטעלן א ווידערשטאנד קעגן די וועלכע ווילן צושטערן אונזער הייליגע חינוך, נישט דורך זוכן וואס מ'דארף 'פארבעסערן' דעם 'בעסטן חינוך סיסטעם', נאר דורך איבערווייזן פאר די רעגירונגס באאמטע אז די אלע השמצות פון די ביליגע מוסרים זענען דורכאויס פאלש און פארפירעריש, זיי טראגן נישט קיין דעקונג אויף זייערע ווערטער, און עס זאל דעריבער נישט עולה זיין על הדעת אז מיר גייען טוישן סיי וועלכע פונקט פון אונזער חינוך אדאנק די עלעמענטן.

באזונדער האבן די עסקני אר-פעק פריידיג אויפגענומען די פאקט, אז צווישן די ווערטער פון די רידזשענטס הערט זיך קלאר די וויליגקייט צו פארזעצן מיט די תכלית'דיגע אינפארמאציע-אויסטוישן און קלארשטעלונגען, און דאס זאגאר
נעמען צו ווייטערדיגע שטאפלען מיט'ן צולייגן פארשידענע חומר און פרישע פונקטן צו איבערצייגן און אראפשטעלן די קראנטע מציאות אז דער היימישער חינוך איז דער בעסטער וואס איז פארהאן. לויט ווי די רידזשענטס דרוקן זיך אויס אינעם מעסעדזש האט זיי דאס אזוי שטארק געכאפט אין התפעלות אז עס איז זיי פשוט א כבוד צו קענען זיך ווידעראמאל צוזאמזעצן און הערן מער איבער דעם, וואס ווי פארשטענדליך אז איינמאל דער נושא איז אויפגענומען געווארן פאזיטיוו, האט מען איבער-גענוג חומר צוצולייגן וועלכע קענען זיכער באווייזן צו נאכמער פארשטארקערן דעם אויפגעבויעטן בנין, און נעמען בעז"ה דעם מערכה צו ווייטערדיגע שטאפלען ביז'ן אינגאנצן מבטל זיין די שווערע גזירות בס"ד.

די עסקנים פון אר-פעק זיצן ווייטער מיט די גרויסע אדוואקאטן און ארבעטן אויס דעם ריכטיגן מהלך צו נעמען אין די ווייטערדיגע שריט, ארויפבצורענגען די הייליגע מערכה ווייטער אויפן לייטער פון סוקסעס, צו די האפענונגספולע פרייד פון די צענדליגער טויזענטער הורי המוסדות אין ניו יארק, וועלכע נעמען אויף די נייע שטאפלען פונעם מערכה מיט גרויס פארלייכטערונג זעענדיג צום ערשטן מאל אזעלכע ערנסטע קראנטע פראגרעס אינעם מערכה, און דאס גיסט אריין האפענונג אויף ווייטער אויך האפנדיג אז מען זעהט שוין אט אט די ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם פארצויגענעם ביטערן מערכה. מי יתן והי'.
אין די זעלבע צייט איז זעלבסטפארשטענדליך אז א פאזיטיווע מעסעדזש מיינט נישט אז דער מלחמה איז א פארטיגער, דער אר-פעק קאמיטע איז ווייטער פול אקטיוו שטייענדיג גרייט מיט אלע פלענער וועלכע לויפן אין 'יעדן' דירעקציע וואו מען קען זיך אויסמאלן אז די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען וועלן ברענגען, און דינענדיג אלס די אקטיווע פארטרעטערס פון אלע עלטערן פון קינדער אין מוסדות התורה איבערן גרעיטער ניו יארק, טראגט מען די פולע אחריות ארויסצוברענגען – און זיכערמאכן אז עס זאל אפקלינגען דארט וואו עס דארף – דער מיינונג פון אלע עלטערן, און נישט לאזן פארוואסערט ווערן אונזער קול צווישן די בערג פון השמצות און פאלשע הסתה וועלכע שטראמען אומאויפהערליך פון אלע פיינטליכע דירעקציעס.

דער מעסעדזש וואס אר-פעק האט געלאזט הערן און לאזט כסדר הערן איז זייער קלאר, אז מען שטייט גרייט מיט אלע תכסיסי מלחמה, נישט אויסשליסענדיג ערנסטע לעגאלע קאמפן דורך די אמת'ע עקספערטן און לעגאלע ריזן אויב וועט זיך דאס ח"ו אויספעלן, ביז ווילאנג מען וועט זעהן ווי די שווערע גזירה ווערט בטל און די בייזע אויגן טוען זיך אפ פון אונזער הייליגער חינוך. אין די צייט וואס מען צייגט שעצונג און אנערקענונג פאר די פאליטישע באאמטע וועלכע ברענגען אונז פאזיטיווע פארשריט, טוט מען אויף א געניטער וועג אראפשטעלן א פרעצעדענט אז מיר רוקן זיך נישט פון אונזער אומבויגזאמער מיינונג קיין זיז כל שהוא.

עס איז צום האפן און צום ערווארטן פרישע פאזיטיווע פארשריט אין דעם הינזיכט אין די קומענדיגע טעג בס"ד.

על משמר חינוך בנינו.
👁 181