בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ו שבט תשפ"ד1/25/2024

באריכט
דאנערשטאג חמשה עשר בשבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו, פתיחה: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו (קר"י), בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' משה יצחק כהנא הי"ו (ב"פ). לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו (קר"י).

נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ושמחה, דער רבי האט טועם געװען פון די טייטלען און אתרוג קאמפויט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני חמשה עשר.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט פארוואס חמשה עשר בשבט עסט מען פירות, און בסוף הדברים ארויסגעברענגט אז חמשה עשר בשבט איז די צייט מתפלל צו זיין אויף ערליכע קינדער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א הגפן און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור זאגענדיג עס איז ראש השנה און געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר". מען האט געענדיגט ארום 6:30.

נאכ'ן טיש האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' שמעון קויפמאן הי"ו (קר"י).

בביתו נאוה קודש האט דער רבי געבענטשט טייטלען וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️